Jewish Content   Holidays   Shabbat   Chabad-houses   Chassidism   Subscribe   Calendar   Links B"H


פאה נכרית דוקא

ללבוש שייטל בלב שמח

על ידי כיסוי הראש זוכים לבנים, פרנסה...

כיסוי הראש באשה - דין גמור

להשפיע גם על סביבתה

אל יבוש מפני המלעיגים

כיסוי הראש

   נחלשה החלטתה ללבוש פיאה נכרית

נצטערתי... שעוד לא באה ההזדמנות לנסוע להזמין שייטל

ענין הזקן / כיסוי הראש

א ווילען צו אנטאן א גאנצען פארוק-שייטעל; וואס מיט דעם איז מען מקדש השם ברבים

פאראייניגען זיך מיט די פרויען פון אנ"ש, וועלכע טראגען שייטלען

גודל הזכות להיות מהפורצי גדר למעליותא... בהנוגע לכיסוי הראש... ובידה לזכות עתה את הרבים

שתקבל על עצמה הנהגת ביתם באופן חסידותי, לבישת שייטל

מבואר בדא"ח ששער באשה ערוה מפני שיש מקום ליניקת החיצונים

שהוא בזקן מגודל ויאמרו לה גלוי גם בהנוגע לשייטל

בטח נזהרת זוגתו תחי' בהנוגע לכיסוי הראש כדבעי

שינוי באמצע העבור

אינה מסכימה שתהי' ראשה מכוסה - אין כדאי להתעסק בשידוך זה כלל

שהבתולות הולכות מגולות

B"H

Igroys Kodesh (Shaitel)


כיסוי הראש
פאראייניגען זיך מיט די פרויען פון אנ"ש, וועלכע טראגען שייטלען
Letters from The Lubavitcher Rebbe

  א ווילען צו אנטאן א גאנצען פארוק-שייטעל; וואס מיט דעם איז מען מקדש השם ברביםגודל הזכות להיות מהפורצי גדר למעליותא... בהנוגע לכיסוי הראש... ובידה לזכות עתה את הרבים  

חלק יו"ד - ב'תתקע

ב"ה, ו' תשרי, תשט"ו

ברוקלין
ברכה ושלום רב!

געפינענדיג זיך יעצט אין די טאג פון עשרת ימי תשובה, וואס אויף די טאג זאגט דער נביא, דרשו ה' בהמצאו קראוהו בהיותו קרוב - נאך מער ווי א גאנץ יאהר, איז, אלס צוגאב צו מיין בריף פון אמאל, וויל איך צוגעבען די ווייטערדיקע שורות:

בעזרת השם יתברך זיינען לעצטענס אנגענומען געווארען באשטימטע אויפפירונגען און הנהגות צווישען אנ"ש, און פרויען פון אנ"ש בפרט, וואס ביז איצטער, צוליב פערשידענע סיבות, האבען דאס ניט אלע אנגעהאלטען

אזוי ווי יעדע זאך וואס איז ניי אין דעם ארט, איז דאס גרינג צו צושטערען ח"ו, און דעריבער איז אויסערגעוויינליך גרויס דער זכות פון יעדען איינעם וועלכער טראגט צו זיין טייל צו שטארקען דאס. פון דער אנדער זייט - איז דאס גרינגער דורכפירן מיט זיך אליין - אויב אפילו ביז יעצט האט מען דאס ניט אפגעשאצט לויט דער אמת'ער וויכטיקייט - נעמענדיק אין בעטראכט, אז דאס איז ניט א פריוואטע אנגעלעגנהייט נאר עס האט א השפעה, אין א געוויסער מאס, אויף דעם גאנצען קרייז

דעריבער, ניט אריינגייענדיק אין די סיבות וואס האבען ביז יעצט אפגעהאלטען די איינפירונג פון בעשטימטע ענינים אין די הייזער פון אנ"ש, אין לבושים און אין חינוך הבנים, וויל איך נאך אמאל אויפמערקזאם מאכען אייך, אז פון היינט אן און ווייטער, האבן אלע, אן אויסנאם, געדארפט פאראייניגען זיך מיט די פרויען פון אנ"ש, וועלכע טראגען שייטלען, גיבען די קינדער א אמת חסידישן חינוך, און פירן א אמת חסידיש הויז בכל הפרטים. און השי"ת זאל אייך העלפן - אז איר זאלט זעהען דעם אמת, אז עס איז ניט אזא שווערע זאך, און עס איז ניט א זאך וואס מען דארף זיך מיט דעם שעמען ח"ו. אין געגען טייל - איר זאלט זיין שטאלץ מיץ דעם, וואס מי האט די שטארקייט ניט צו שעמען זיך, מיט דעם וואס גייענדיק אין גאס וועלען חבר'טעס און פריינדינעס דערקענען אז דא גייט א אידישע פרוי וועלכע האלט זיך אין דת משה וישראל, און אויף אזויפיל - אז זי וויל דאס ניט אויסבאהאלטען, און זייט שטאלץ, וואס אייערע קינדער ווייסען, אז זיי זיינען אנדערש מכל הגוים, און זיי האבען באקומען די תורה, תורת חיים, און לערנען זי אלס איינציקער יסוד פון זייער חינוך

וואס נאר נאך דעם לייגען דעם יסוד פון א בנין און באפעסטיגען עס א באשטימטע צייט, אן קיינע בלבולים און שטערונגען פון אנדערע למודים, קען מען טראכטן וועגן ווייטערדיקען חינוך

און דער זכות פון אננעמען א פעסטען באשלוס אין דעם - מיטן גאנצן הארצען און מיט פרייד, און גלייך אנהייבען פארווירקליכען דאס אין לעבן, זאל בריינגען און וועט בריינגען א חתימה און א גמר חתימה טובה - ביום הקדוש, הושענא רבא און שמיני עצרת, הבע"ל - אייך און אלע אייערע בני בית שיחיו

בברכת חתימה וגמר חתימה טובה, המחכה לבשו"ט בכל הנ"ל בקרוב

   

Notes:

    נדפסה בלקו"ש חכ"ג ע' 943 והושלמה ע"פ העתק המזכירות

    האגרת נשלחה לכמה נשים וארגוני נשים

    מיין בריף פון אמאל: ראה לעיל ח"ט אגרת ב'תתסט ובכ"מ

    שייטלען: ראה גם לעיל ח"ט אגרת ב'תרלז, ובהנסמן בהערות שם. לקמן ג'נג. ג'קנא ג'קעא ג'רסו.


  א ווילען צו אנטאן א גאנצען פארוק-שייטעל; וואס מיט דעם איז מען מקדש השם ברביםגודל הזכות להיות מהפורצי גדר למעליותא... בהנוגע לכיסוי הראש... ובידה לזכות עתה את הרבים  

Current
  • Daily Lessons
  • Weekly Texts & Audio
  • Candle-Lighting times

    613 Commandments
  • 248 Positive
  • 365 Negative

    PDA
  • iPhone
  • Java Phones
  • BlackBerry
  • Moshiach
  • Resurrection
  • For children - part 1
  • For children - part 2

    General
  • Jewish Women
  • Holiday guides
  • About Holidays
  • The Hebrew Alphabet
  • Hebrew/English Calendar
  • Glossary

    Books
  • by SIE
  • About
  • Chabad
  • The Baal Shem Tov
  • The Alter Rebbe
  • The Rebbe Maharash
  • The Previous Rebbe
  • The Rebbe
  • Mitzvah Campaign

    Children's Corner
  • Rabbi Riddle
  • Rebbetzin Riddle
  • Tzivos Hashem

  • © Copyright 1988-2009
    All Rights Reserved
    Jewish Content