חלק ח - ב'תסג
[י"א אד"ר תשי"ד]
אין ענטפער אויף אייער בריף פון ד' תצוה, בנוגע דער שייטעל אין וועלכער איר שרייבט אז איר פארשטייט ניט דייטליך וואס איז דער מיין אין דעם, די זאך פון א שייטעל איז, אז די האר זאל זיין אינגאנצען פארדעקט, און במילא אויב מען דעקט צו נאר א טייל איז דאס ניט ווי די כוונה אין דעם איז, אויך האט איר געדארפט משתדל זיין זיך אז אויך אנדערע זאלען אזוי טאן און געבין זיי צו פארשטיין אז דאס איז די וועג און סגולה צו געזונט פרנסה און אמת'ן נחת פון קינדער, און השי"ת זאל העלפען צו אנזאגען בשורות אין דעם..
Notes:
נדפסה בלקו"ש ח"ח ע' 582
From Beautiful Within / Translated By Rabbi Sholom B. Wineberg (www.sichosinenglish.org/books/beautiful-within/20.htm)
In response to your letter in which you write that you are not clear about the purpose of wearing a sheitel:
The purpose of a sheitel is that the hair be completely covered - if only a portion of the hair is covered then it does not accomplish this purpose.
You should also see to it that others act in a like manner, explaining to them that this is the path and segulah to health, sustenance and true nachas from children.
Excerpt from Igros Kodesh, Vol. VIII, p. 217